ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם
Composed, Written and Sung by Harmonica
Arranged by Nussy Teitelbaum
Mixed by Lipa Brauner
Vocals Recorded at Teitelbaum Records
Backup Vocals by Nussy Teitelbaum
Album Art by Lazer Drezdner
:Special Thanks
Shloimy Teitelbaum
Leibish Teitelbaum
Shragi Gombo
Ezriel Schnitzler
Hershy Mohadib
Hershy Tyberg
:Extra Special Thanks
Totty
Boruch Tyberg
Sruli Tyberg
Nuchem Tyberg
Yossi Tyberg
ווען דאס הארץ פארטראגט נישט
מער,
די וואג פון פיין פאר איר צו שווער.
און ווערט נישט גרינגער מיט צייט.
ווען פון ליבשאפט שפירסטו לער.
קוקסט שוין לאנג נישט צו זעהן ווער,
ווער איז נאך אויף דיין זייט.
שטיי איך אין וואלד אליין,
מיין מחשבה מיר ווייט אוועק פירט.
איך לאז די וועלט צוגיין.
מיט אויגן פארמאכט, יעצט עקזיסטירט
גארנישט בכלל,
בכלל.
גארנישט חוץ דיר.
ווען עס שטעלט זיך אפ די געזאנג.
טרעפסט זיך צוריק דארט ביים אנפאנג,
אן קיין ענטפערס אין האנט.
ווען די וועלט שלימות פארלאנגט.
זעהט נישט דיין הארץ צובראכן, געפאנגען אין קייטן,
און ווארט אויף פארשטאנד.
שטיי איך אין וואלד אליין,
אין דיינע ארעמס מיין הארץ רואיג שפירט.
איך לאז די וועלט צוגיין.
מיט אויגן פארמאכט, יעצט עקזיסטירט
גארנישט בכלל,
בכלל.
גארנישט חוץ דיר.
יעצט די צייט עס לויפט שוין אויס,
און די וואסער שטראמט אריין.
דו ביסט מיין לעצטע אטעם פאר אלץ גייט דא אונטער.
די וואלן זענען גרויס,
און מיין פארשטאנד איז אזוי קליין.
איך ווייס די שטורעם און די פיין אויך שטייט דערינטער,
גארנישט חוץ דיר.
(ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל)
גארנישט חוץ דיר.