המילים:
ֵעֵץ חַיִּים הִיא לַמַּחֲזִיקִים בָּהּ וְתֹמְכֶיהָ מְאֻשָּׁר (משלי ג, יח).
דְּרָכֶיהָ דַרְכֵי נֹעַם וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם (שם שם, י"ז).
הֲשִׁיבֵנוּ ה' אֵלֶיךָ וְנָשׁוּבָה חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם (איכה ה', כ"א).
הסבר באידיש:
דער ניגון אויף די דריי פסוקים וואס מען זאגט ביים אריין לייגן די ספר תורה אין ארון קודש, איז נתחבר
געווארן דורכ'ן רבי'ן דער בעל נועם אליעזר זצ"ל נאך מיט יארן צוריק אין טשערנאוויץ, און ווערט געזינגען בקביעות בחצרות קדשנו יעדן יו"ט שבועות און שמחת תורה, אזוי אויך אין די פרשיות פון קבלת התורה און אין פארשידענע מאורעות לכבוד התורה, און אזוי אויך חמשה עשר בשבט.
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~
דער הייליגער מאור ישראל מסקולען זצ"ל האט געזאגט אמאל "חֲמִשָּׁה עָשָׂר בִּשְׁבָט" ביים "חֲמִשָּׁה עָשָׂר" טיש בזה הלשון: עס איז דאך איצטער "חֲמִשָּׁה עָשָׂר בִּשְׁבָט", און עס איז דאך איצטער "רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און דער רבונו של עולם האט דאך ליב יודן, ער האט אונז געגעבן א "רֹאשׁ הַשָּׁנָה" און א "יום הקדוש" אויף מחילת עוונות, כדי אז מיר זאלן זיך דעמאלט'ס אלע קענען אויס בעטן.
א יעדער איינער האט זיך דאך נעבעך זיינע בקשות, און טאמער איז עפעס נישט גוט ארויס, גיט מען דעמאלט'ס נאך א "רֹאשׁ הַשָּׁנָה", [און דאס איז דאך "חֲמִשָּׁה עָשָׂר בִּשְׁבָט רֹאשׁ הַשָּׁנָה לָאִילָנוֹת"], און מען קען דאך אויך ממתיק זיין אלע דינים אין דעם צווייטן "רֹאשׁ הַשָּׁנָה".
זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן אז מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א גוט געבענטש'ט יאר, און מיר זאלן אלע אריין געשריבן ווערן אין דעם "סֵפֶר חַיִּים בְּרָכָה וְשָׁלוֹם וּפַרְנָסָה טוֹבָה", עד כאן דבריו הקדושים.
און אזוי אויך האט דער הייליגער מאור ישראל מסקולען זצ"ל געזאגט אמאל "חֲמִשָּׁה עָשָׂר בִּשְׁבָט" ביים "חֲמִשָּׁה עָשָׂר" טיש, אז: "גַּם רֹאשׁ הַשָּׁנָה לָאִילָן רוֹמֵז לְאַחְדוּת עַל דֶּרֶךְ כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה שֶׁמְּרַמֵּז לִהְיוֹת בְּאַחְדוּת כְּאִילָן אֶחָד", עד כאן דבריו הקדושים.
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~
דרשות מראש החבורה שליט"א
Comments