דאס יאר האט מען איינגעפירט אין די מוסדות א נייע זאך, אז אויסער די געווענליכע לימודים, לערנט מען מיט די קינדער אויך זייטיגע לימודים אין וועלכע מען לערנט מיט זיי געוואלדיגע ידיעות אין אידישקייט, פראקטישע עניינים און גאר רייכע ידיעות אין הלכה, אז אידישקייט זאל נישט זיין קיין מצוות אנשים מלומדה.
די ערשטע פון די שיעורים איז פארגעקומען אין חודש חשון, ווען מען האט דורכגעפירט א שחיטה פון עטליכע הינער אינעם הויף פון די ת"ת. פאר די שחיטה האט דער רב שליט"א, וועלכער איז אליינס אויך א שוחט, געגעבן א ברייטע שיעור פאר די קינדער וואו ער האט זיי מסביר געווען פונקטליך וויאזוי א שחיטה גייט צו, און אלע הלכות דערפון.
Comments