שיר הנקרא "שבת ליד" נתחבר ע"י כ"ק אדמו"ר בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל בשנים קדמוניות בהיותו עוסק בקירוב לב צעירי ישראל לה' ולתורתו הק' כדי להמשיך את לבם לקדושת שבת קודש ונועם שבת קודש.
המילים באידיש:
דער שבת קודש קומט
דער שבת קודש קומט
ער איז דאך פון גאט באשטימט
צו קומען אין דיין הארץ אין דיין נשמה
דיר צו ברענגען א גאנצע נחמה
נעם איהם אויף פאר דעם חשובסט'ן גאסט
מיט אלעמען וואס דו האסט
רוה אין איהם און פארשוועך איהם נישט מיט געשעפט און מלאכה
וועט דיר דערפאר גאט בענטשן מיט פיל ברכה
געדענק דעם שבת צו הייליגן
מיט איהם דיין נשמה צו פאראייביגן
שטיי אויס דעם נסיון דעם שבת צו היטן
וועט דיר דערפאר גאט בענטשן מיט אלעם גוט'ן
בניגון שמחה:
דער זכות פון שבת קודש איז זייער גרויס
ער לאזט זיך דאך אייביג נישט אויס
און אז דו וועסט דעם שבת רוען
וועסטו דאך א גאנצע וואך אויף בליען
געבענטש'ט וועסטו ווערן ממקור הברכה
מיט שפע ברכה והצלחה
עס וועט דיר תמיד זיין גוט און וואויל
אז דו וועסט נישט מאכן פון דעם שבת חול
צו אלע וואונדן איז דער שבת א רפואה
צו אלע צרות א ישועה
אוועק אלע פינסטערניש'ן פאר דעם שבת ליכט
פאר זיין הייליגן געזיכט
נעם דעם שבת אין הארץ אריין
וועט דיר ליכטיג און פריילעך זיין
דו וועסט דער לעבן די ישועה פון כלל ישראל
ובא לציון גואל !
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~
דרשות מראש החבורה שליט"א
Comments