Composed by Hershey Weinberger
Music by Naftuli Moshe Schnitzler
Sung by Yoel Klein, Yissoscher Gutman, Hershey Weinberger, Malchus Choir, Shir V'Shevach Boys Choir
וְיִנָּתֵן לָעָם לֵב חָדָשׁ, לְשׁוֹרֵר בְּפִיהֶם שִׁיר חָדָשׁ, שִׁיר מְפוֹאָר וּמְחֻדָּשׁ, עַל כָּל שִׁיר, מְהֻלָּל וּמְקֻדָּשׁ
סעריע נייע ניגונים ווערן קאָמפּאָזירט אין בעפאָרגרייטונג צום כינוס סאטמאר צו געזינגען ווערן במקהלות רבבות ישראל.
ערשטע אין די סעריע קומט יעצט ארויס צום ציבור:
וואס דער בארימטער חסידי'שער קאָמפּאָזיטאָר מוה"ר הערשל וויינבערגער הי"ו, מחשובי הורי מוסדותינו הק', האט פארפאסט וואָס וועט אי״ה הייבן די מקהלות רבבות עמך בית ישראל ביים מעמד להודות ולהלל על הנסים ועל הנפלאות.
דער הערליכער נייער ניגון וועלכער ווערט פאכמאניש אראפגעזינגען דורך די וועלטס-בארימע בעלי מזמרים וואס גייען זינגען ביים מעמד אדיר, איז געבויעט אויף די הייליגע הבטחה פון מרן רביה"ק זי"ע: "ווער ס'וועט העלפן מיינע מוסדות וועל איך נישט שולדיג בלייבן"...
ושם נשיר שיר חדש על גאולתינו ועל פדות נפשינו!
Comments