top of page
Concrete Wall

Lichtele - ליכטעלע




Composed by Moshe Milstein

Lyrics by Getzy Berkowitz

Arranged by Nachmy Glauber

Mixed/Mastered by Menachem Friedman


Lyrics:


ליכטעלע,

איך קוק זיך איין,

וואס באהאלטסטו אין דיין שיין,

איך זיץ און זעה די פינקען,

שטילערהייט זיי ווינקען,

געשיכטעלעך,

פון ליכטעלעך,

וואס ברענען און פארשפרייטן שטראלן ווייט,

אין טונקל,

פינקלט, און שיינט,

ניסים פיל, אן א צאל,

פארציילן ווילן פון אמאל,

די ליכטעלעך שיין שפרינגען,

עס דאכט זיך ווי זיי זינגען,

לידעלעך,

פון אידעלעך,

וואס האבן גאר קיין מורא נישט געהאט,

געבעטן,

טרעטן,

די וועג אויס ביז היינט,


איך צינד דיר אן, מיר ביידע ברענען,

זיך פארלעשן נישט קענען,

ווייל אויף אייביג מיר זענען,

קיינמאל ווערן פארלענדט,

די ביכער וועלן שרייבן,

פינסטערניש פארטרייבן,

און אויף אייביג מיר בלייבן,

ווי די לעכטעלע ברענט,


מיין לעכטעלע, איידל צאנקט,

די גאנצע בריאה, מיט איר דאנקט,

קינדערלעך, געשאנקען,

ס'פרעגלען זיך די פאנקען,

פריש ס'שמעקט,

אויפגעדעקט,

די קליינטשיג קריגעלע פון אויל נאך קלאר,

קריגן,

באזיגן,

די פיינט.

דריידעלעך, דריי נאר דריי,

מיין ליכטעלע, איך פארשטיי,

דערמאנסט איך זאל געדענקען,

צום אמאל זיך בענקען,

ליכטל מיינס,

דיין ריינע גלאנץ,

ברענט נאך, און עס ווערט נאר שטערקער גאר,

און ווער ווייסט?

ווען ער הייסט?

אפשר שוין היינט!


איך צינד דיר אן, מיר ביידע ברענען,

זיך פארלעשן נישט קענען,

ווייל אויף אייביג מיר זענען,

קיינמאל ווערן פארלענדט,

די ביכער וועלן שרייבן,

פינסטערניש פארטרייבן,

און אויף אייביג מיר בלייבן,

ווי די לעכטעלע ברענט.


נאך א ליד, ביי די ליכט דא,

איך ווייס אז אט הנה זה בא,

נאך א מינוט, ס'איז שוין די האלבע שעה,

און מיין ליכטל, נאך ברענט.

Comments


bottom of page