https://www.dryveup.com/kapayim/?utm_... In our era of unparalleled chesed, every important cause has one or more wonderful organizations stepping up for those in need. But what happens to those whose need for support flies under the radar? Even more, what happens to those who refuse to publicly admit that their lives are falling apart? #Kapayim was founded to extend a hand and save freefalling families who are dealing with a medical crisis. While an entire chesed world ensures that the patient receives the best care, the children at home and the parents pulled in multiple directions are often forced to fend for themselves while dealing with emotional turmoil. The organization provides services at home, such as cleaning, dinnertime help and babysitting; in the hospital, from covering shifts to providing nourishing meals; and at the Kapayim centers where siblings and children of patients can come by to spend time in a supportive and uplifting environment and get away from the difficult circumstances at home. Recently, Kapayim opened a new center in Lakewood, named The Cabin, to accommodate local children. This space joins the three other centers in Boro Park, Monsey and Williamsburg. Kapayim’s operations have by now expanded far beyond the founders’ wildest dreams, with many hundreds of volunteers under its wings, thousands of car service and messaging rides provided, and tens of thousands of little acts of chesed performed each year. But these services don’t come cheap. With an annual budget of $2,500,000, the support of Klal Yisroel is urgently needed today! Please join hands with fellow community members to bring relief to the families of Cholei Yisroel and to ensure that life can go on. Your act of chesed will have an immeasurable impact for many years to come and your zechus will be tremendous. Thank You כפים ערמעגליכט פאר חולי ישראל און זייערע משפחות אנצוגיין מיט'ן לעבן. ווען א משפחה מיטגליד ווערט לא עלינו נישט געזונט האט דאס א שווערע ווירקונג אויף די גאנצע פאמיליע. די שווערע לאסט פון פון לויפן און זיך אויפהאלטן אין שפיטעלער עפעקטירט די גאנצע משפחה. עלטערן דארפן אסאך מאל וויילן מיט זייערס א קינד אין שפיטאל פאר א לענגערע צייט. אין אזעלכע פעלער קענען אסאך מאל די אויסגעמאטערטע עלטערן נישט אניאגן מיט די טעגליכע ווירטשאפט אין שטוב. קאכן, באקן, וואשן, רוימן, אפילו זיך אפגעבן מיט די קינדער ווערט א שוועריקייט. אבער די ביטערע צייטן וואס זיי גייען דורך, מאכט נישט די טעגליכע פליכן אוועקגיין. דאס לעבן דארף ווייטער אנגיין דא קומט כפים אריין אין בילד. כפים מיט אירע איבער 900 וואלונטירן זאגן פאר די משפחות, איר זענט נישט אליינס. מיר וועלן טון אלעס אין די וועלט גרינגער צו מאכן אייער שווערע מצב. כפים איז דא אייך ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך אז די טאג טעגליכע לעבן זאל קענען ווייטער אנגיין. כפים העלפט די משפחות אינדערהיים אנגיין מיטן לעבן. די געטרייע כפים וואלונטירן וועלן אראפגיין צו די משפחות אהיים און נעמען איבער די לייצעס און אויספירן די געווירטשאפט אין שטוב. זיי וועלן מיט געטריישאפט אכטונג געבן אויף די קינדער, פאברענגען מיט זיי און אפילו טראגן צו אפוינטמענטס אויב פעלט אויס. זיי וועלן קאכן נאכטמאל פאר די קינדערלעך, וואשן די וועש, איבערציען די בעטן, אויפרוימען די ערד, וואשן די געשיר און וואס עס פעלט נאר אויס אז דאס לעבן זאל קענען ווייטער אנגיין. כפים וואלונטירן וועלן אראפגיין אין שפיטעלער ארויפצולייגן א שמייכל אויף די פנימ'ער פון די קינדערלעך וואס מאכן אזויפיל מיט. זיי ברענגען געימס , שפילצייגן, אינטערערסאנטע ליין-מאטריאל, ארטס ענד קרעפטס אינאיינעם מיט געשמאקע סנעקס און עסן. די געטרייע וואלונטירן וועלן נעמען שיפטס צו פאברענגען מיט די קינדער אין שפיטאל אז די מידע עלטערן זאלן קענען אביסל אפאטעמען און קענען אהיימגיין צו זייערע שטובער זיך אויסצוליפטערן. אזוי העלפן מיר אז דאס לעבן קען ווייטער אנגיין. די לעצטע פאר יאר ווען עס איז צומאל שווערער אראפצוגיין אין שפיטאל שיקו מיר אריין פעקלעך צו די קינדערלעך אז זיי זאלן קענען אביסל פארברענגען און פארגעסן פון זייער פיין. 'כפים הייזער' זענען הערליך-אויסשטאפירטע הייזער פאר די קינדער, מיט געשמאקע שפילצייג/געימס/ביכער, און נאך אונטערהאלטונגען, וואס ווערט גענוצט סיי אויף ארויסצונעמען די משפחה-מיטגלידער, וואו זיי טוען זיך אויפפרישן און שעפן פרישע כוחות, און סיי פאר קינדער-פאציענטן זעלבסט, וואו זיי קענען זיך אויסגעבן און אויסלופטערן. אזוי אויך קענען זיי דארט האבן פארשידענע טעראפי און לימוד פרטי אין א געשמאקע אטמאספער. אזעלכע צענטערן פונקציאנירן שוין לאנגע יארן אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי. און לעצטנס האבן מיר ברוך השם זוכה געווען צו עפענען א פערטן לאקאל,דאס מאל אין לעיקוואד. אלע מיט די זעלבע ציל. געבן הרחבת הדעת פאר די קינדערלעך און פאר די עלטערן, אז טראץ די אלע שוועריקייטן, וועט דאס לעבן ווייטער אנגיין
top of page
bottom of page
Comments