top of page
Concrete Wall

הָאִירָה פָנֶיךָ עַל עַבְדֶּךָ • שיר שנתחבר ע"י הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל בכלא הקומוניסטי




לחן: כ"ק הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל - ר׳ אליעזר זוסיא פורטיגול זצ"ל.

את הניגון המחזק "האירה פניך" חיבר בזמן היותו בכלא הקומוניסטי ברומניה כשחיכה בחדר החקירות הורו לו לשבת ולחכות יחד עם גויים פושעים ורוצחים שכמובן התחילו להציק לו וכשאחד הגויים סטר לרבי הקדוש נפל לו הניגון המיוחד הזה עם הפסוק ׳האירה פניך׳.


לימים סיפר הרבי שהניצוץ של הניגון הקדוש הזה הוא ככל הנראה היה בידיו של הסטרא אחרא וכשהגוי סטר לרבי הניגון יצא מהסטרא אחרא אל הקדושה.


מילות השיר:

״הָאִירָה פָנֶיךָ עַל עַבְדֶּךָ הוֹשִׁיעֵנִי בְחַסְדֶּךָ״ (תהילים ל״א, י״ז).


~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~


הסבר באידיש:


דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורכ'ן רבי'ן הרה"ק בעל נועם אליעזר זי"ע.

הרה"ח ר' ירמי' קליין שליט"א, איינער פון די וואס האבן זוכה געווען אסאך משמש צו זיין דעם נועם

אליעזר זצ"ל אין די לעצטע יארן, דערציילט: ער האט אמאל פאר געזאגט פאר'ן רבי'ן תהלים (וויבאלד דעם רבי'נס זעה קראפט איז געווען אפ געשוואכט ל"ע). ווען מען איז צו געקומען צום פסוק: "הָאִירָה פָנֶיךָ עַל עַבְדֶּךָ הוֹשִׁיעֵנִי בְחַסְדֶּךָ", האט דער רבי זיך אונטער געזינגען דעם ניגון אויף דעם פסוק.


האט אים דער רבי שפעטער דערציילט, אז ווען מען האט איהם אמאל זייענדיג אין תפיסה ארויס גערופן אויף א פארהער, וואס געווענטליך זענען די דאזיגע פארהערן און חקירות א דורך געפירט געווארן מיט די גרעסטע מאס רשעות און אכזריות און נאך אזעלכע פארהערן פלעגט דער מענטש ווערן אינגאנצן צעבראכן גייסטיש און פיזיש. איז אין מיטן אזא פארהער האט מען איהם געהייסן צוריק גיין זיצן אויף די באשולדיגונג'ס באנק ווי עס זענען דעמאלט'ס אויך געזעצן פארשידענע טונקעל'ע פארשוינען, קרימינאל'ע פארברעכער'ס.


די דאזיגע פארברעכער'ס - ווען זיי האבן דערזען דעם רבי'ן זיצן צווישן זיי, האבן זיי איהם גענומען טשעפענען און פייניגן, און איינער פון זיי האט אויף געהויבן די האנט צו דערלאנגען דעם רבי'ן א פאטש, און פונקט דאן ווען יענער האט איהם דערלאנגט דעם פאטש איז דעם רבי'ן איין געפאלן דעם ניגון: "הָאִירָה פָנֶיךָ". האט דער רבי אויס געפירט: "ווייזט אויס אז דער הייליגער ניצוץ פון דעם ניגון איז געליגן אין דעם גוי‘ס האנט, און מיט די פעטש האב איך געקענט ארויס נעמען פון איהם דעם הייליגן ניצוץ. זיעועכי"א.


~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~

דרשות מראש החבורה שליט"א

Comments


bottom of page