Pre-order: https://mostlymusic.com/products/all-star-maalos
די חסידישע מוזיק וועלט באגריסט מיט עקסטאז און פרייד די אזוי לאנג-ארויסגעקוקטע ערשיינונג פון
‘מעלות’.
עכט חסידישע לידער קאמפאזירט דורך מלחין בחסד עליון הרה”ח ר’ אלימלך בלומענבערג
הי”ו, וועלכע דרוקן אויס די טיפסטע געפילן דורך הערליך-אראפגעשפילטע נגינה שבח והודאה, ניגוני
רגש וכיסופין וועלכע ערוועקן דעם הארץ און נשמה צום באשעפער, הערליך-אראפגעזונגען דורך די
שענסטע היימישע און לויטער חסידישע שטימעס ביים היימישן ציבור ווי ר’ זאנוויל וויינבערגער, ר’
יענקי דאסקאל, ר’ אהר’לע סאמעט, ר’ יששכר גוטמאן, ר’ וואלוי האס און ר’ אייזיק האניג.
די קאמבינאציע פון די אויסערגעווענליכע טאלאנטפולע קולות ברענגט צום טיש די סאמע שענסטע
אראפגעזונגענע ווערק וואס דער היימישער עולם האט נאר אמאל בייגעוואוינט.
לאנגיעריגע
מוזיקאלישע מבינים דרוקן אויס געוואלדיגע התפעלות אויף דעם פראדוקט, זאגנדיג אז די חסידישע
מוזיק וועלט האט אזוינס נאכנישט געזען.
אויף דער מוזיקאלישער פראדוקציע האבן מנצח געווען די גרעסטע ריזן און מומחים אין דעם געביט,
וועלכע האבן טאקע אהערגעשטעלט די סאמע מערסט-פראפעסיאנעלע און קוואליטעטפולע מוזיק
און סאונד.
דער אלעמען בארימטער ר’ אברהם יצחק גאלדמאן, זון פונעם אומפארגעסליכן ר’ משה
גאלדמאן ע”ה, ר’ חיים יצחק ברענגט מיט זיך א שלימות צו נגינה און געזאנג וועלכע דערקענט זיך
לענגאויס דעם גאנצן אלבום.
דער נומער איינס מוזיקאנט און סטודיא מייסטער ר’ אברמי בערקאוו האט אריינגעלייגט הארץ און
נשמה מיט מוזיק און מעלאדיעס, באגלייטנדיג די טיפע נגינה מיט פאסיגע און ווארעמע חסידישע
תנועות, פאכמאניש געמיקסט דורך די געניטע אויער פון דעם מוזיק דזשעני ר’ שלמה זלמן וועכטער.
דער אלבום איז נישט ווייניגער ווי א לעגיטימע דורכברוך ביים היימישן ציבור. ער פארשפרעכט צו
ברענגען א נייע ערע אין דער וועלט פון היימישע און לויטערע חסידישע מוזיק. אין א וועלט וואו
ארגינעלע חסידישע מוזיק איז נישט זוכה צו איר ריכטיגע אנערקענונג און שעצונג, טוט מעלות
ברענגען די מעלה פון די היינטצייטיגע פראפעסיאנאליזם און פראדוקציע אינאיינעם מיט
ווארעם-הארציגע חסידישע געזאנג, געזונגען דורך די זיסטע שטימעס וואס כלל ישראל פארמאגט.
קויפט אייך היינט א פארגעניגן און א חסידישע מוזיקאלישע איבערלעבעניש מיטן נייעם אלבום ‘מעלות’
The Chassidic music world greets with true excitement the long-awaited release of Maalos
Composed by the renowned Reb Elimelech Blumenberg, this collection brings forward genuine Chassidic niggunim filled with emunah, hisorerus, and heartfelt longing. Sung by an exceptional lineup including Zanvil Weinberger, Yanky Daskal, Ahrele Samet, Yissachar Gutman, Volvy Hass, and Isaac Honig, the album captures the warmth and sincerity cherished by the heimishe oilam.
The production reflects the highest professional standard, with masterful arrangements, rich orchestration, and refined studio work that elevate each composition while preserving its authentic Chassidic character.
Maalos is poised to make a lasting impression, presenting pure Chassidic music with the quality and care it deserves.