אין די טעג פון בעפאר ל”ג בעומר האט מען שוין געפיבערט אין די ישיבה הקדושה שיעור ד’ מיט די הכנות צום גרויסן טאג, וואס דער עולם האט זיך געגרייט בהכנה דרבה, און ווי יעדעס יאר, איז אויך די יאר פארגעקומען די גרויסע מעמד הדלקה בתוככי הישיבה.
שמן ששון מחביריך – אין די נאכמיטאג שעה’ן ארום 6:30 נאכמיטאג, איז מען זיך צוזאמגעקומען אינדרויסן אין חצר פון ישיבה, דער גאנצער ציבור רבנן ותלמידיהון, וואו עס איז געווען צוגעגרייט די גרויסע מדורה, וואס די חשוב’ע בחורים האבן געהאט די זכי’ צו גיסן שמן לזכות התנא האלקי רשב”י. (עס האט זיך אנגעזעהן א שיינער צבור פון יונגעלייט יוצאי הישיבה, וואס זיי געדענקן נאך גאר גוט די לעכטיגע צייטן וואס זיי זענען געשטיגן בין כותלי הישיבה, כולם שוים לטובה).
דבריו עושים פירות יבטל כל הגזירות – דער חשוב’ער ראש ישיבה שליט”א האט דאן מקיים געווען דעם מנהג פון שיסן מיטן פייל און בויגן, ארומשיסנדיג צו אלע זייטן כנהוג, און האט דאן אויפגעטרעטן מיט ווארימע דיבורים בגודל קדושת התנא רבי שמעון ,וואס ‘ידע כל נסתרות דבריו עושים פירות’ (‘פירות’ איז א רמז אויף גוטע שידוכים און זרע של קיימא), און אז אין זיין זכות זענען מיר פארזיכערט אז ‘יבטל כל הגזירות’ ער מבטל איז אלע שלעכטע גזירות ברוחניות ובגשמיות, און דערנאך זענען די בחורים אריבערגעגאנגען נעמען לחיים פונעם ראש ישיבה שליט”א.
כל בעלי בשיר יוצאים בשי”ר – נאך אפאר ווארימע ניגוני התעוררות, דורך די מנגנים, הבחור החשוב יוסף מנחם פישער ני”ו און הבחור החשוב יחזקאל הערשקאוויטש ני”ו און הבחור החשוב מרדכי סאלינסקי נ”י, און האברך החשוב מו”ה משה שמואל פיש הי”ו מחשובי יוצאי הישיבה, איז מען צוגעגאנגען צום פארקויפן די זכות פונעם הדלקה, וואס איז פארקויפט געווארן דורכ’ן מנהל הישיבה הר”ר שלמה הערש קארנבלי שליט”א, -וואס ער געבט זיך אוועק א גאנץ יאר פאר די חשוב’ע בחורים, און האט גענומען אויף זיך דעם עול פון די גאנצע מעמד,- וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך עטליכע בחורים אינאיינעם, פאר א סכום הגון.
ואבוקות של אור בידיהם – און א באזונדערן שריט האט מען דאס יאר פארקויפט די זכותים פון עטליכע פאקלען ‘אבוקות של אש’, מיט וואס מען איז געטאנצן ביים מעמד ההדלקה, וואס דער ראש ישיבה האט ביי יעדן פאקל עקסטער דערמאנט דעם ספעציעלן זכות און סגולה פונעם ספעציפישן פאקל, וואס דאס איז געקויפט געווארן דורך די תלמידים ויוצאי הישיבה, וואס האבן געהאט די זכי’ זיך צו לאזן קאסטן שיינע סכומים לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
אש תמיד תוקד – מיט א געהויבנקייט איז מען צוגעגאנגען צום עצם מעמד ההדלקה, וואס דער ראש ישיבה שליט”א האט אנגעצינדן צוזאמען מיט די אנדערע רמ”י הישיבה וחברי ההנהלת הישיבה שיחי’, וואס דאס האט אנגעצינדן דעם פלאם ביי יעדן איינעם באזונדער, מיט אן התעוררות, און מיט רגשי הלב, “אשרי עין ראתה” ווי דער חשוב’ער ר”י שליט”א הייבט דעם עולם אין א העכערע אטמאספערע, און איז מכרכר ומפזפז בכל עוז, און דער גאנצער עולם טאנצט ארום במחול לצדיקים אויף א שיינעם און א געהויבענעם פארנעם, במשך א היבש לאנגע צייט און א שעה של קורת רוח.
א היבשע וויילע האט מען געטאנצן אינדרויסן, צום געזאנג פון די חשוב’ע מנגנים, וואס זענען עומד על הדוכן לנצח במלאכת שירה וזמרה, וואס קולם זימר עריצים, הייבנדיג דעם גאנצן עולם טפחיים מעל גבי קרקע.
כי לא תשכח מפי זרעו – א באזונדערע שמחה איז געווען פאר די תלמידי הישיבה מיטצוהאלטן די שמחת החאלאקא ביים חשוב’ן מנהל הר”ר שלמה הערש שליט”א ונכד הר”י הגה”צ רבי ארי’ דוב קארנבלי שליט”א וואס האט זוכה געווען אפצושערן זיין קינד כמנהג ישראל ביום ל”ג בעומר.
להעלות נר תמיד – עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען מען האט זיך געזעצט צו די סעודת היום לכבוד ל”ג בעומר, ווי א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן אין ביהמ”ד פאר די תלמידי הישיבה. נאכן זיך וואשן צו די געהויבענע סעודה האט מען -ווי שוין איינגעפירט אין די ישיבה במשך די פארגאנגענע יארן- פארקויפט די נרות לע”נ התנא האלקי רשב”י און נאך אסאך צדיקים, (א מנהג מקדמת דנא, וואס איז מקובל ביי אחב”י הספרדים),וואס איז ווי יאר יערליך א שיינער מעמד און גאר דערהויבן, ביי וואס מען האט פארברענגט בשבת אחים גם יחד בראשות הגה”צ דער ראש ישיבה שליט”א וואס האט ארומגערעדט בגודל קדושת היום מתובל מיט שיינע ענינים און סיפורי צדיקים, וואס מען האט געענדיגט אין אין א שפעטע שעה, און מען האט דערנאך געדאווענט מעריב דערנאך איז געווען א גאר גהויבענע ספירה ציילן דורך’ן ראש ישיבה שליט”א און מען איז זיך צוגאנגען גאר געהויבן מיט א פרישקייט און מיט חיזוק אנצוגיין מיט די לימודים און עבודת הקודש.
אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחי!…