די באשעפער העלפט מיר אייביג!! הרב מענדל ווייס

#חיזוק#אמונה
אמונה העלפט אייבג
דער אייבערשטער האט גערופן משה רבינו מיט’ן ווארט “ויקרא”, און ס’איז דא דארט א קליינע אל”ף. אין די ספרים ווערט מסביר געווען, אז אויב מען קוקט אן דאס ווארט אן די אל”ף שטייט דארט “ויקר”. “ויקר” מיינט אז ס’האט זיך פשוט געמאכט פלוצלינג, א צופאל, א קאאינצידענט. אבער אויב מען קוקט גוט, זעט מען דארט א קליינע אל”ף – דאס איז דער “אלוף של עולם”, דער אייבערשטער וואס באהאלט זיך דארט. א מענטש קען זען א מעשה דא אדער דארט, אבער ווער ס’וועט גוט קוקן, קען מען אייביג זען דארט א באהאלטענע קליינע אל”ף; דער אלוף של עולם באהאלט זיך אין יעדע זאך. דער אייבערשטער רופט דיך און ער ווייזט דיר: “איך בין דא, קוק, איך בין דא”.

עס קומט צו צו מיר א יונגערמאן איך גיי אריין אין א גראסערי, און איינער רופט זיך אן צו מיר: “אה, איך האב הנאה פון דיינע מעשיות, איך האב זייער הנאה פון דיינע מעשיות”. רופט זיך אן א צווייטער: “אה, גערעכט! איך וויל דיר טאקע עפעס זאגן מענדל, איך וועל דיר דערציילן א מעשה”. זאגט דער יונגערמאן ער אז ער איז אן הצלה מעמבער, און ס’מאכט זיך אמאל שבת אז איינער דארף האבן א מעדיצין אדער עפעס וויכטיג, קומט מען ארויף און מען קלאפט אן ביים הצלה מעמבער. ווען ס’מאכט זיך אן עמערדזשענסי שבת, וואו גייט מען שבת? מען קען דאך נישט קאלן סתם אזוי, זוכט מען אן הצלה מעמבער און מען קלאפט אן ביי אים אין שטוב. ער זאגט מיר, אז פונקט דעם שבת האט מען אנגעקלאפט ביי אים.

דעם שבת האב איך געהאט צוויי געסט, צוויי קרובים זענען פלוצלינג געקומען צו מיר אויף שבת. זיי האבן געוואלט זיין ביי א שמחה און מיטהאלטן דעם שבת, זיי האבן מיר געוואלט סורפרייזן, זענען זיי אנגעקומען פלוצלינג און איינגעשטאנען ביי מיר איבער שבת. שבת נאכמיטאג ביי די סעודה קלאפט א פרוי אריין; זי וואוינט נישט דא אין געגנט, זי איז אויך דא אלס א גאסט אויף שבת, און עס פעלט איר א געוויסע מעדיצין. זי פילט אז זי מוז עס האבן און קען נישט אויסהאלטן אן דעם, אבער זי האט עס נישט מיט זיך. מען האט איר געזאגט אז דא וואוינט אן הצלה מעמבער, זאל זי גיין פרעגן אים. זי קלאפט אריין און פרעגט: “איר האט אפשר די און די מעדיצין?” ער ענטפערט איר: “איך האב נישט די דאזיגע מעדיצין”. זי זאגט ווייטער: “מען האט מיר געזאגט איר זענט אן הצלה מעמבער, איך האב נישט די מעדיצין מיט מיר און איך האב נישט וואס צו טון”.

פלוצלינג רופט זיך אן דער יונגערמאן וואס איז א גאסט ביי מיר: “איך האב עס מיט מיר אונטן אין מיין אכסניא וואו איך שטיי איין! איך האב עס גרייט ביי מיר און איך האב אפילו איבעריג, איך קען אייך עס געבן”. דער הצלה מעמבער זאגט מיר: “מיינע קינדער זענען געשטאנען פראוזן ביים טיש. עס קלאפט אריין א פרוי פאר אן עמערדזשענסי, זי קומט אהער ווייל דא וואוינט אן הצלה מעמבער וואס האט אפשר די מעדיקעישאן, און דערווייל האט ער עס נישט, אבער דער אייבערשטער האט שוין אלעס אנגעגרייט פון פריער. זי גייט דא קלאפן, קומט א גאסט פלוצלינג פרייטאג צונאכטס וואס וואלט געקענט גיין צו יעדן אנדערן, אבער ער איז געקומען אהער און ער האט געהאט פונקט דאס וואס זי דארף”. ס’איז א קליינע, קליינע אל”ף וואס זיצט דא באהאלטן, די קליינע אל”ף פון “ויקרא”. ווען דו קוקסט גוט, זעסטו אז דאס איז נישט קיין קליינע אל”ף, דאס איז גאר א גרויסע אל”ף.
Subscribe to join https://chat.whatsapp.com/LAsO5vgXkS4G9xyMhxPzdF
Emunachizuk@gmail.com

איר קענט אויך זען אלע אונזערע שיעורים אויף
https://batorah.com/organizations/1850
https://torahanytime.com/organizations/155

איר קענט הערן אונזער אמונה חיזוק אויף נאר אמונה ליין
US 845-351-0151
UK 333-006-7757
ארץ ישראל 076-567-0657

העלף אונז ארויס מחזק זיין יודן און די גאנצע וועלט תזכו למצות
https://secure.cardknox.com/nuremunah

היט אפ אייער נשמה און ניצט די שטערקסטע פילטער
for more info go to https://pnfteam.com/
or https://netfree.link/

באשעפער האט מיר אַלע מאָל ליב, אַלע מאָל וועט אלעס זיין גוט

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

© 2025 Yiddish Videos
Review Your Cart
0
Add Coupon Code
Subtotal