Machna Chaim Veshulem Camp Song presentation 2025 | מחנה חיים ושלום מונקאטש

קעמפ ניגון פון מחנה חיים ושלום תשפ”ה

אויסגעשפילט דורך די קינדער פון כיתה ו’ – מחנה ‘געהיים’

מיט זייער איבערגעגעבענער מדריך ארון לייב לענאראוויטש

דורך דעם יאר

קומען דאך פאר

פיל הערליכע געלעגנהייטן

סיי אינעם קלאס

און אויף דער גאס

מיר פארברענגען איינער מיט’ן צווייטן

מיר לערנען, מיר שפילן

מיר שמועסן זיך געשמאק

דאס אלעס קומט נישט צו צו מונקאטש

מיר ווארטן מיט שפאן און

מיר גרייטן זיך צו זיין אין

די בעסטע קעמפ אין פולסטן טייטש

איין הויכפונקט

וואס יערליך געלונגט

זומערדיגע טעג וואס מען פארגעסט קיינמאל

די מונקאטשער גראז

זינגט אויך מיט וואס

מונקאטש איז דאך מיין הויכפונקט

די טעג גאר גוט

יעדע מינוט

פאר’ן גאנצן יאר די נשמה טרינקט

אלץ וואס מ’טוט

מ’נעמט זיך מיט

אין מונקאטש אלעס איז א הויכפונקט

—-

די וואך איז שוין דאן

ביים פאבליק טעלעפאן

די אנדערע זייט מ’הערט, ס’קלינגט און

די מאמע הייבט אויף

מיין שמחה גייט ארויף

איך דערצייל איר אלע הויכפונקטן

כ’דערצייל פון מיין שטוב

חברים וואס כ’האב ליב

די אקטיוועטיס און אלע פראגראמען

וואו כ’גיי און וואו כ’קום

ווי כ’שפיל און איך שווים

אין מונקאטש ס’האט אלע טעמים

א זומער פול מיט חיות, חידושים פרישע נייעס,

(יונייטעד סטעיס מונקאטש) פאראייביגטע צייטן אין מונקאטש – א שיין סורפרייז

אין קאוויד א גוד-טיים, א ‘היים’ אין ‘געהיים’,

דערנאך מ’לערנט מונקאטש אלף-בית

בעסער נאר ס’ווערט, די גאנצע וועלט ס’הערט

א זומער אין פארזעצונגען אזויפיל פאן

מונקאטש צייט מאשין, היסטאריע דורכטון

מונקאטש קעמפ איז איינס אין א מיליאן

קאלערוואר, פיעלד דעי

און די מעידזשער פלעי

קעמפערס קאנצלערס, פראנט פיעלד פראזשעקט, אלעס קלינגט

קאמפיטן איז אקעי,

זיך קריגן – נאו וועי!

שלום, אחדות איז דאך אונזער הויכפונקט

דיין אייגן היילייט זוך, מעגסט האלטן פון דיך

יעדער מענטש געבענטשט מיט מעלות פון השם

ביי דעם חבר דיין, זע ארויס זיין שיין

דעם הויכפונקט פון אים אויך ארויסנעם

אשרי העם, וואס חיים בשלום

און יעדער זעט נאר יענעמ’ס מעלות און שיינקייט

מ’זעט אבער דעם חן, וואס מ’האט אליין

אויך אין זיך צו טרעפן דעם היילייט.

אשרי העם, אין חיים ושלום

מ’לערנט תורה, דינט דעם בורא, מיט געשמאק

אשרי העם, אין חיים ושלום

גשמיות ווי רוחניות א קנאק

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

© 2025 Yiddish Videos
Review Your Cart
0
Add Coupon Code
Subtotal