מוטי שטיינמץ – אמונה ובטחון | Motty Steinmetz – Emunah U’bitachon

Buy here: https://mostlymusic.com/products/motty-steinmetz-emunah-u-bitachon?aff=312

להרשמה לערוץ היוטיוב של מוטי לחצו על הקישור:

https://youtube.com/@mottysteinmetzofficial?sub_confirmation=1

הרשמה למייל לקבלת קליפים, עדכונים וחומרים נוספים

Banetproductions@gmail.com

ייצוג וניהול אישי של מוטי שטיינמץ: בנט הפקות | להזמנת הופעות: 0528329090

קרדיטים:

לחן ומילים : מוטי אילאוויטש מבוסס על הספר בגן האמונה של הרב שלום ארוש ע”פ כתבי מוהרח”ו מפי האאי הקדשו זי”ע

| Lyrics and song by: Motty Ilowitz based on the book “b’gan Haemuna” written by Rabi Shalom Arush

עיבוד מוזיקלי: מונה רוזנבלום | Music arrangement: Mona Rosenblum

עיבוד קולי: מונה רוזנבלום | Vocal arrangement by: Mona Rosenblum

מיקס: רונן הלל | Mix by: Ronen hilel

צילומים: מונקי הפקות | Photography: Monkey Productions

עיצוב ומיתוג: אבי ברמן | Design and branding: Avi Berman

יחסי ציבור ותקשורת: ישראל רוזן | PR: Israel Rozen

📲 050-642-4268

📨 pr@irpr.co.il

מילים | Lyrics

מי בן שיח,שמח תשמח,

א חופה, א שטוב, ערליך

רייך, תורה מיט חסד אזוי סאך.

די טאטע מיט ישרות ביי זייך פאך,

די מאמע פיל תפילות איז איר שפראך,

שטייען אויף די וואך,

פירן זיך גלייך,

זאלן די דורות לנצח.

דער הייליגער ארי(ז”ל) דעם סיפור ער דערציילט,

א שווערע צרה ווערט פאר זיי געטיילט,

איין טאג א וויי געשריי,

זייער קליין קינד פון דריי,

אויף א שרעקלעכע אויפן אוועק נעבעך פון זיי.

כאטש תורה און צדקה זיי טוהן כל הימים,

גלייבט מען און מ’ווייסט אז הצור פעלו תמים.

די צרה ווערט אבער מער,

דעם טאטענ’ס געזונט ווערט שווער,

און נאך א קארצע צייט,

ארויף צו זיין קינד איז ער.

די גאנצע שטאט ארומגעהילט מיט קלעם,

די מאמע זי וויינט למה ה’,

פארשטיין באשעפער איך וויל-עס,

אונזערע זכותים און תפילות,

באשעפער וויז מיר שכל דבריו אמת.

איין פרייטיג צו נאכטס די מאמע ביי די לעכט זי שטייט

גרייט זיך צום צינדן איר פארלאשן׳קייט,

זי הייבט אויף אירע אויגן,

מיט די הענט צום הימל געבויגן,

טאטע געטרייער, קוק ווי גרויס מיין קלעם-איז.

“למה למה ה’ טו איך פון דיר פרעגן,

איך בעט דיך געב מיר צו פארשטיין דיינע וועגן,

אוי פארוואס, פארוואס, פארוואס ,

הייליגע טאטע, פארוואס קומט זיך מיר דאס?

איך ווייס אז דו ביסט דאך דער גרויסער רחום וחנון,

און אויף יעדע זאך איז א קלארער חשבון פארהאנען.

הלוואי ווער איך קלארער דערויף,

און זעהן אז צדיק ה’ בכל דרכיו.”

די קינדער אין שטוב הערן,

אירע ביטערע טרערן.

און זאגן איר:

מאמע! גענוג – גענוג געוויינט, גענוג געפרעגט.

הער נאר צו.

מיר זענען דאך מאמינים בני מאמינים,

אן קיין שאלות!

שטארקן זיך מיט אמונה,

אז מיר מענטשן פארשטייען נישט אלעס .

די מאמע הערט די ווערטער און זאגט:

גערעכט! גערעכט! קינדערלעך

איך האב שוין גענוג

געקלאגט.

לאמיך זיך מחזק זיין מיט אמונה –

אין די הייליגע שכינה.

דער אייבערשטער איז דאך פול מיט רחמים

און וואס ער טוט -איז זיכער חסדים!

גן עדן העליון זעט זי יענע נאכט,

איר מאן צו איר אין חלום קומט מיט פראכט, געגעבן רשות מ’האט-מיר,

אראפקומען צו דיר מ’לאט-מיר

מ’האט געזען דיין אמונה,

אז דו האסט קיין טענות אויף גאט-מער.

כ׳האב אין מיין פריערדיגן גלגול

געהאט אלע מצוות כמעט,

אין זאך האט געפעלט

איך האב קיינמאל חתונה געהאט,

מ’האט מיך צוריקגעשיקט אויף דעי וועלט ,

מיר דיר א שטוב אויפגעשטעלט,

מיין תפקיד ערפילט, צוריק ארויף ווי א העלד.

זי שאקלט מיט פארשטאנד,

און הייסע טרערן רינט,

א תיקון האט אויך געפעלט אונזער לעכטיג קינד, געווען דריי יאר פארכאפט ביי א גוי,

און ליידער זיך געווען מטמא,

דו האסט אים מתקן געווען

,אלס א אידישע מאמע.

אבער פארוואס אוועק אויף אזא שרעקליכע וועג,

ווייל א שווערע גזירה האט געהאנגען אין יענע טעג,

און דאס האט מכפר געווען,

אויסגעמעקט דעם שווערן צארן,

מיט די תפילות און זכותים

זענען מיר פיל העכער געווארן:

“למה למה ה’ טו איך מער נישט פרעגן ,

אפילו ס’איז שווער צו פארשטיין דיינע וועגן,

אוי פארוואס, פארוואס , פארוואס ,

א מענטש געדענקען אלעמאל דארף-ער דאס

באשעפר דו ביסט דאך דער גרויסער רחום וחנון,

און אויף יעדע זאך איז א קלארע חשבון פארהאנען.

און אפילו איך בין נישט קלארער דערויף

גלייב איך, אז צדיק ה’ בכל דרכיו.”

נאר מיט אמונה אין בטחון

טלגרם: https://t.me/mottysteinmetz

פייסבוק: https://facebook.com/MottySteinmetzOfficial

אינסטגרם: https://instagram.com/motty.steinmetz

טוויטר: https://twitter.com/SteinmetzMotty

(מוטי שטיינמץ וצוות בנט הפקות העלו על תנאי שלא לנגן בשבתות ובמועדי ישראל).

כל הזכויות שמורות למוטי שטיינמץ ובנט הפקות ©️

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

© 2025 Yiddish Videos
Review Your Cart
0
Add Coupon Code
Subtotal